דער קעניג דארטן, ביי דעם בארטן, מיט פראכט ער גייט
זיין מוט א גוטע, מיט זיין סוויטע, ער ווערט באגלייט
אומעטום, קוקט זיך אום, ביי זיך ער טראכט
איי, מיט יושר פיר איך מיין מאכט
אזוי קוקט ער, אן אנטציקטער,
פלוצלינג ער זעט
א קליין קאזאק, געט א האק, ווי אין א ברעט
א דארטשיג אידל, אוי, צוהאקט ער,
יעדעס גליד
בלויז ווייל ער איז א איד
ער איז געווארן, אזוי אין צארן
מיט די פויסט ער געט א קנאק
א באפעל א שטרענגען, צו אים ברענגען
דעם איד מיט'ן קאזאק
קיין צייט פארלירן, אין תפיסה פירן
דעם שלעכטן קאזאק
ביז איך געב ארויס דעם פסק
נאך באפעל איך, שרייט דער מלך
מ'קען נישט ווארטן מער
א פראפעסער, אוי וואס גרעסער
צום אידל ברענגט אהער
אים אויסהיילן, אלע טיילן
פון זיינע וואונדן
שוין לויף ביז געציילטע סעקונדען
דעם אורטייל טוט דער קעניג באשטימען
פאר יעדן קלאפ וואס דו האסט באקומען
טויזענט רובל דערפאר
באקומסטו אלס שכר
אלס באלוינונג פאר די ווייטאג וואס איז געווען אזוי שווער
נאך דעם אורטייל דער איד נעבעך וויינט
מיט וואונדער פרעגט דער קעניג וואס דאס מיינט
ער ענטפערט שטיל צוקלאפט, ווען איך וואלט מער געכאפט
וואלט די באלוינונג געווען נאך פיל מער
איי, ברודערל ס'איז כדאי דו זאלסט טראכטן
אסאך מאל דעם מענטש, אים קען זיך דאכטן
ס'איז נישט באקוועם
זעט אויס שווער פאר אים
ס'איז זיכער גוט, קוק נאר טיפער אין דעם
ברודערל מאך נישט דעם טעות
געדענק מפי עליון לא תצא הרעות
ס'איז זיס, גארנישט ביטער
ווייל נאר גוטס טוט ער
אונזער ליבער טאטע, דער געטרייער גוטער
א איד ר' זעקל, האט א פעקל,
פון צרות איז שוין פול
ווען טרערן גיסן, נעמט זיך שמועסן,
מיט ר' שלמה'קע פון זוועהיל
אוי עס שניידט, אוי איך לייד,
אזויפיל צער און פיין
וויאזוי קען איך בשמחה זיין?
זיין ווייטאג הערט ער, אזוי ערקלערט ער,
אלעס גייט אין שפאן
נעם אין אכט נאר, און באטראכט נאר,
דעם ארימאן
ווען ביי די טיר, פון גביר,
א נדבה'לע ער בעט
א מאדנע זאך דארט געשעט
ער שטייט פארשעמט, ווי געלעמט,
אנגעצויגן שטיל
פול מיט דאגה, הערט די פראגע,
דער עושר וויסן וויל
האסטו ביי דיר, רעשט פאר מיר,
א צענער מיין פריינט
פארשטייט ער שוין וואס דער עושר פלאנט
און אויב זעט ער, רעשט בעט ער,
צי האסטו פופציג
ער איז נישט פארוואונדערט,
ווייל גאר הונדערט,
קומט דאך נאך מיט גליק
און ער פארשטייט, וואו דאס גייט,
אז ביים נעמען רעשט וואס מער
אלס מער גליקליך איז ער
דערפאר זיי נישט פארקלעמט
מיין נישט אז פון דיר מ'נעמט
נאר אדרבה
ס'ווארט דיך להבא
א באלוין א גרויסע פאר דייינע צרות און ווייען
גייסט דורך מצבים אזוי שווער
דערפאר באקומסטו גוטס פיל פיל מער
און יעצט אז דאס ווייסטו
די סיבה פארשטייסטו
פארוואס מיט דיין פעקעלע
דו דארפסט זיך פרייען
יעצט ברודערל ס'איז כדאי דו זאלסט טראכטן
אסאך מאל דעם מענטש, אים קען זיך דאכטן
ס'איז גארנישט באקוועם
זעט אויס שווער פאר אים
ס'איז זיכער גוט, קוק נאר טיפער אין דעם
ברודערל מאך נישט דעם טעות
געדענק מפי עליון לא תצא הרעות
ס'איז זיס גארנישט ביטער
ווייל נאר גוטס טוט ער
אונזער ליבער טאטע, דער געטרייער גוטער
ס'איז זיס גארנישט ביטער
ווייל נאר גוטס טוט ער
אונזער ליבער טאטע, דער געטרייער גוטער
Поcмотреть все песни артиста