פסח ביינאכט דארטן אין הויף ער
זיצט ביים טאטע'ן, ביים חתם סופר
דער כתב סופר אלס קינד נאך קליין
די הגדה ער וויל פארשטיין
טאטע'ניו, דיר פרעגן עפעס איך וויל
דער חתם סופר שיינט אזוי נחת'דיג
ער הערט אים אויס אבער ענטפערט גארנישט צוריק
דער כתב סופר פרעגט נאכאמאל
די טאטע ווערט אבער נישט נתפעל
ער הערט אים אויס און בלייבט ווייטער שטיל
דער כתב סופר פארשטייט נישט וואס איז פשט
פארוואס באקום איך נישט קיין ענטפער תיכף ומיד
ער ווארט מיט קלעם, ביז מען האלט שוין נאכ'ן סדר
מיין קינד ענטפערן יעצט איך גיי דיר
דער חתם סופר נעמט זיין קינד אויפ'ן שויס
פארענטפערט זיין קשיא אין איין רגע בלויז
דער כתב סופר שמייכלט אבער פלאצט אויס אין א געוויין
יעצט האב איך שוין נאך עפעס וואס איך וויל פארשטיין
טאטע טאטע, אויב האסטו דעם תירוץ געוויסט
פארוואס ווען איך האב עס פריער געפרעגט, שטיל געבליבן דו ביסט
האסט געזען איך בין פאר'צער'ט
דו זעסט איך שטיי און ווארט
פארוואס לאזטו מיך ווארטן אזוי לאנג
אוי... מיין טייער קינד דו ביסט נאך זייער קליין
א לימוד פאר דיין לעבן וויל איך דו זאלסט פארשטיין
דו וועסט דיך באלד א דריי טון
קשיות וועלן באדערן און וויי טון
וויל איך דו זאלסט געדענקן דעם געדאנק
אסאך מאל אין לעבן איז פארשידענ'ס שווער
קשיות און ספיקות, מ'ווארט אויף אן ערקלער
איך וויל זאלסט געדענקן, ס'איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך
אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך
אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט
ביז ס'ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ'האט געהאט
גיב נישט אויף, ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן
ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן
ברודער'ל מיינס, דו ווייסט שוין אצינד
טויזענטער זאכן וואס דו האסט נישט פארשטאנען אלס קינד
דו קענסט ענטפערן באלד
דעם קינד פון צען יאר אלט
וואס פארשטייט נאכנישט דאס וואס דו האסט אמאל נישט פארשטאנען
אסאך מאל דארפן יארן דורכגיין
ביז מ'קען פארשידענע זאכן פארשטיין
מען מעג פרעגן און וויינען
אבער זאלסט נישט מיינען
אז קיין תירוצים איז נישט פארהאנען
והיה כי ישאלך מה זאת
די בוך פון קשיות איז דאך אזוי גרויס
מיר לעבן אין א וועלט פיל מיט פראבלעמען, צווייפלען און דאגות
יעדער דרייט זיך ארום מיט פראגעס
ס'איז נארמאל צו וויינען און שרייען פון קלעם
ס'איז נארמאל צו מאנען און פרעגן למה השם
דער באשעפער ענטפערט אלעמאל צוריק אפילו דו הערסט עס דאך נישט
אסאך מאל ענטפערט ער, איך קען דיר נאכנישט ענטפערן, נאכנישט
אוי... מיין טייער קינד, דיר אויסהערן איך טוה
איך זעה וואס טוט דיך שטערן, אבער ס'נאך צו פרי
אז דו זאלסט קענען זען
פארוואס דאס מוז געשען
פארוואס פונקט ביי דיר און פארוואס פונקט היינט
אוי... די תירוצים זענען דא אויבן אזוי קלאר און שיין
אסאך מאל, קינד מיינס, ביסטו נאך צו קליין צו פארשטיין
דיין הארץ איז פאר'צער'ט, נאך
אביסעלע ווארט נאך
און אט וועסטו שמייכלען מיט פארשטאנד
אסאך מאל אין לעבן איז פארשידענ'ס שווער
קשיות און ספיקות, מ'ווארט אויף אן ערקלער
איך וויל זאלסט געדענקן, ס'איז דא א תירוץ אויף א יעדע זאך
אפילו ווען מען פארשטייט עס נישט גלייך
אסאך מאל דויערט זייער א לאנגע צייט
ביז ס'ווערט פארענטפערט די קשיא וואס מ'האט געהאט
גיב נישט אויף, ווער נישט מיואש פון קשיות און טרערן
ווייל איין טאג וועט אלעס קריסטאל-קלאר ווערן
Поcмотреть все песни артиста
Другие альбомы исполнителя