Kishore Kumar Hits

Motty Ilowitz - Three Years Old текст песни

Исполнитель: Motty Ilowitz

альбом: Three Years Old


ווען דו ביסט געווארן איין
ביסטו נאך קליין
צו פארשטיין
רעדן, גיין
א שמייכל קוים
טוסטו געבן
דו האסט שכל קוים
צו פארשטיין לעבן
קענסט נאך גארנישט אליין
דו ביסט נאר איין
ווען דו ביסט געווארן צוויי
דו געסט א שריי
איך שטיי און גיי
און איבערדריי
מיין קינד ביסט שוין אזוי גרויס
אבער נאך אזוי קליין
דו דארפסט נאך מיין הילף מיין שויס
דו קענסט נאך גארנישט אליין
דו ביסט דאך נאר צוויי
אפשר ביי דריי
און יעצט, מיין קינד, שוין דא מ'האלט
איך קוק מיך צו ווי דו ווערסט שוין דריי יאר אלט
און איך שטיי און ווינדער מיך וואס האט פאסירט היי יאר
וויאזוי וואקסט מען אזוי שנעל צווישן צוויי און דריי יאר
פון קענען גארנישט, דו שטייסט ביים שוועל
ווערסט מיר א גאנצער מענטש, מיין קינד דו וואקסט צו שנעל
איך באטראכט ווי דו האלטסט יעצט ביים דורכגאנג פון קליין צו גרויס
א ווינעדרליכער צאמשטעל, און איך טראכט צו מיר בלויז
הלאוי
בלייבסטו דריי
און נישט אויפהערן בעטן פון אונז ווען דו קענסט נישט אליינס
הלאוי
בלייבסטו דריי
אז אפי' אן ווערטער זאל איך פארשטיין פארוואס דו וויינסט
הלאוי
בלייבסטו דריי
מיטן שפירן אז די בעסטע פלאץ איז ביי אונז אין שטוב
הלאוי
בלייבסטו דריי
און מיר גלייבן יעדעס מאל וואס איך זאג דיר איך האב דיך ליב
דריי יאר ביז אצינד
נאאיוו און בלינד
פון שרעק און זינד
ביסטו מיין קינד
איך ווייס אז דו ווילסט שוין זיין אין די יארגאנג מיינע
איך זאג דיר אבער שעפעלע, גלייב מיר, איך בין דיר מקנא
הלאוי ווען איך גיי
צוריק צו דריי
וואס דו טוסט נאר האט חן
וואס דו זאגסט נאר איז שיין
און וואס דו טראכסט איז ריין
אבער אויף אייביג בלייבן נישט די זמנים
אפשר וועט דיין דור גאר וואקסן שנעלער ווי מיינעם
גייסט נישט נאר ווערן פיר
נאר אפשר גאר עלטער פון מיר
איך ווייס אז דו פארשטייסט נישט וואס איך זאג יעצט צו דיר
ס'וועט דויערן א אפאר יאר ביז וועסט פארשטיין וואס כ'האב גערעדט צו דיר
איז יעצט ווען דו הערסט עס, ווייס אז דו ביסט ביי מיר טייער
די זעלבע זיס און לעכטיג ווי ביי די דריי יאר
דו וועסט שוין נישט דארפן איך זאל דיר אנכאפן און טראגן
בינדען דיינע שיך, אדער פון חלום בארואיגן
איך שנייד יעצט דיינע האר אויף די יארן פון אנטלאפענונג
עס פאלט מיר א טרער און איך קוועטש מיין הארץ מיט האפענונג
אז הלאוי
בלייבסטו דריי
און וואס דו פארשטייסט נישט, הער נישט אויף צו פרעגן
הלאוי
בלייבסטו דריי
און ווען איך שפרייט אויס מיינע הענט זאלסטו מיר לויפן אנטקעגן
הלאוי
בלייבסטו דריי
און מיר ווייטער דערציילן אלס וואס אויף דיין הערצעלע ליגט
הלאוי
בלייבסטו דריי
און זיך נישט שעמען צו וויינען אפי ווען יעדער קוקט

Поcмотреть все песни артиста

Другие альбомы исполнителя

Похожие исполнители