Kishore Kumar Hits

Levy Falkowitz - Gemilus Chassodim - גמילות חסדים текст песни

Исполнитель: Levy Falkowitz

альбом: A Ehrlicheh Lid - א עהרליכע ליד


דער בעל שם טוב איז אמאל
געגאנגען איבער בארג און טאל
און געקומען אין א שטאט
וואס מען רופט איר בראד
איינמאל אין א גאס גייט ער
און ער קוקט זיך הין און הער
זעט ער גייט א איד אין וועג
און טראגט שווערע פעק
איינגעבויגן
אראפ געלאזט די אויגן
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג
יעדער טוט עהם זאגן
געזונט זאלט איר טראגן
געזונט זאלט איר זיין ענטפערט ער צוריק
דער בעל שם טוב זעהט זיין פנים
פול מיט הייליגע סימנים
פון זיין שטערן שיינען ווי צוויי ליכט
ער קען זייער גוט די בליקן
פון די למד ויו צדיקים
ער האט נישט געזעהן אט דעם געזיכט
ער נעמט פרעגן דעם און יענעם
יעדער איינער טוט עהם קענען
דאס איז הערשל ווייסן קליין און גרויס
ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן
פרישע מילך פון זיי טוט קריגן
און פערקויפט און האלט די ציגן אויס
דעם בעל שם טוב טוט פארדריסן
וואס פון איד ער טוט נישט וויסן
און ער פאסט און ביים בעשעפער בעהט
ליבער טאטע טוה מיר זאגן
וואס דער איד ער טוהט פארמאגן
וואס פון שטערן שטראלן צוויי מען זעהט
לערנען זאגט מען, קען ער גארנישט
דאווענען אפשר אויך א האר נישט
און פון שטערן שיינט ארויס א שיין
דער בעשעפער טוט עהם הערן
און ער טוט עהם העלפן גערן
זיין בקשה טוט ממלא זיין
דורך געלאפן א צוויי טעג
דער בעל שם טוב גייט אין וועג
פלוצלינג זעט ער איין מיט פרייד
אט רבי הערשל גייט
הערשל זאגט ער, הער מיך אויס
איך בין אפגעשוואכט דורכאויס
מילך א ביסל פון א ציג
כוחות ברענגט צוריק
הערשל הייבט די אויגן
א שמייכל אויסגעצויגן
קום! זאגט ער רבי איד צו מיר אין הויז
איר וועט דארטן קריגן
מילך פון מיינע ציגן
און ווער עס טרינקט עס ער היילט זיך תיכף אויס
ערגעץ ווייט אונטערן שטעטל
ליגט א ברעטל אויף א ברעטל
שטייט דארטן א חורבה אין א זייט
ארום בלאטע בערג מיט שטיינער
פוילע קלעצער אלטע ביינער
הערשל דארטן וואוינט די גאנצע צייט
אין הויז א קנאפע פערגעניגן
שפרינגען אויף עהם אלע ציגן
לעקן עהם און קושן עהם מיט פרייד
הערשל נעמט זיך גלייך א קריגל
און ער מעלקט זיך אויס א ציגל
געבט און זאגט אויך
טרינקט געזונטערהייט
דער בעל שם טוב קען נישט רעדן
עס האט די מילך טעם גן עדן
הערשל זאגט ער
איך בעט דיר הער מיך אויס
עס מעג אפילו דיר פארדריסן
נאר דעם סוד מוז איך היינט וויסן
וואס ביי דיר פון פנים שיינט ארויס
הערשל שמייכלט, מיינע שונאים
וואס מען זעהט שוין אין מיין פנים
איך האב מיין פנים קיינמאל נישט געזעהן
נאר אז איר האט גרויסע אויגן
וועל איך קיין זאך נישט פארבויגן
און אייך זאגן וואס עס איז געשעהן
איך האב אמאל געהאט א פרוי
אן ערליכע געווען אזוי
אירע יאהרן טאג און נאכט
פון זיך נישט געטראכט
שטענדיג נאר געטראכט זי האט
פון די קראנקע פון די שטאט
און פאר די ארימעלייט
געשענקט איר גאנצע צייט
געטראגן זיי עסן
קיינמאל נישט פארגעסן
געזען עס זאל נישט פעהלן זיי קיין זאך
מען פלעגט דערזעהן איר גייען
פלעגן זיך זיי פרייען
און ברכות פלעגט זי אנקלייבן אסאך
איינמאל איז דער טאג געקומען
און מען האט איר צוגענומען
אוועק איז איר נשמה אין דער הויך
און איך בין געבליבן איינער
טרייסטן נישט געקומען קיינער
און איך האב געוואלט גיין מיט איר אויך
איך האב נישט געקענט פארגעסן
נישט געטרונקען נישט געגעסן
אויסגעדארט געווארן הויט און ביין
און אין ערגעץ נישט געגאנגען
און צוביסלעך אויסגעגאנגען
איך האב נישט געוואלט מער זיין אליין
און ביינאכט האט עס געטראפן
האלב געדרימלט האלב געשלאפן
און אפשר איז געווען עס אויפ'ן וואר
איז מיין פרוי צו מיר געקומען
און האט רעדן שטיל גענומען
און איך זעה און הער איר אזוי קלאר
הערשל זאגט זי דארפסט נישט קלאגן
הער אויס וואס איך וועל דיר זאגן
עס איז דארטן בעסער פיל ווי דא
נאר מען דארף איין זאך געדענקען
מען דארף מיט זיך עפעס ברענגען
דאס געפינט זיך אויף דער וועלט נאר דא
ווען דו ביזט אין פעלד אוועק
איז בעפאלן מיר א שרעק
קומט א מלאך און זאגט מיר
מען רופט צום בית דין דיר
און מיין הארץ איז פוהל מיט קלעם
ווייל איך האב געהערט פון דעם
אז מען פייניגט דארט אסאך
פאר יעדע קליינע זאך
איך בין אריין געקומען
זיך אומקוקן גענומען
עס קומען פענימער באקאנט צו מיר
די ארימע פון שטעטל
די קראנקע מיטן בעטל
וואס איך פלעג זיי העלפן אן א שיעור
און מען האט גענומען ריידן
פיהרט איר תיכף אין גן עדן
און דער שענסטער ארט באלאנגט צו איר
זי האט קיינמאל נישט פארגעסן
ברענגען טרינקען ברענגען עסן
און געזארגט פאר אונז אן א שיעור
עס האט געדונערט עס האט גערעגנט
האט מען שטענדיג איר באגעגנט
מיט א פעקל גיין פון הויז צו הויז
פרייען זיך אלע דיינים
אלע שמייכלען מיר אין פנים
און מיין כבוד איז געוועזן גרויס
מלאכים פיל זענען געקומען
מען האט פיהרן מיר גענומען
אין גן עדן פירט מען מיר אריין
איך קען דיר גארנישט איבערגעבן
ווי געשמאק דא איז דער לעבן
און איך וויל אויך דיר זאל אזוי זיין
מארגן זאלסטו גיין און קריגן
ברענג אין הויז עטליכע ציגן
און אליין די מילך מעלק פון זיי אויס
און געפין ביי מיר א צעטל
אלע קראנקע פון דעם שטעטל
פרישע מילך זאלסט ברענגען זיי אין הויז
און אזוי האב איך געטוהן
און די מעשה גייט שוין אָן
פון דער פטירה פון מיין פרוי
יארן לאנג אזוי
שטענדיג בין איך אויפן וועג
און איך טראג די שווערע פעק
און די מילך איך טייל מיר אויס
וואו מען דארף דורך אויס
אידן טוען לאכן
איך טוה זיך גארנישט מאכן
מען גריסט זיך און איך ענטפער זיי צוריק
עס פרייען זיך די אידן
בין איך אויך צופרידן
און מיר ארט נישט אז מען רופט מיר ציג
און נעכטן, הערשל זאגט מיט ציטער
איז מיין פרוי געקומען ווידער
און זאגט מיר
הערשל הער מיר אויס
מארגן קומט דיר ווער אנטקעגן
ציגן מילך וועט ער דיר פרעגן
זאלסט עהם פיהרן תיכף אין דיין הויז
געב עהם מילך עס זאל עהם היילן
און דעם סוד זאלסט אים דערציילן
און ער וועט דיר ברענגען זייער הויך
דו וועסט האבן פערגעניגן
צו די ל-ו צדיקים
וועט ער דיר אריין נעמען דאן אויך
דער בעל שם טוב פרעגט פון אויבן
דער בעשעפער טוט ערלויבן
הערשל ווערט אויך פון די למד ויו
טאג און נאכט קומט צו עהם איינער
און עס ווייסט נישט פון דעם קיינער
און ער לערנט מיט עהם אן א סוף
הערשל האט א ברען באקומען
און האט לערנען פיהל גענומען
נגלה נסתר אלץ איז פאר עם קלאר
די ארבעט אבער מילך צו טראגן
האט ער נישט געוואלט אפזאגן
און געטראגן אלע זיינע יאהר
דער בעל שם טוב פרעגט פון אויבן
דער בעשעפער טוט ערלויבן
הערשל ווערט אויך פון די למד ויו

Поcмотреть все песни артиста

Другие альбомы исполнителя

Похожие исполнители