Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - Yankele текст песни

Исполнитель: Dudu Fisher

альбом: This Is Yiddish


שלאָף זשע מיר שוין, יאַנקעלע, מייַן שיינער,
די אייגעלעך, די שוואַרצינקע, מאַך צו,
אַ ייִנגעלע, וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך,
מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ־ליו־ליו?
אַ ייִנגעלע, וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך,
און וועט מיט מזל באַלד אין חדר גיין,
און לערנען וועט ער חומש און גמרא,
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן?
אַ ייִנגעלע, וואָס לערנען וועט גמרא,
אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו,
אַ ייִנגעלע, וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם,
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?
אַ ייִנגעלע, וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם,
און אַ געניטער סוחר אויך צוגלייַך
אַ ייִנגעלע, אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך?
נו, שלאָף זשע מיר, מייַן קלוגער חתן־בחור,
דערווייַל ליגסטו אין וויגעלע בייַ מיר.
ס'וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
ביזוואַנען ס'וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר.

Поcмотреть все песни артиста

Другие альбомы исполнителя

Похожие исполнители