Kishore Kumar Hits

Mendy Twerski - Tefilat Toda תפילת תודה текст песни

Исполнитель: Mendy Twerski

альбом: Tefilat Toda תפילת תודה


ב"ה הייליגער באשעפער
מלך מלכי המלכים הקב"ה הערשער פון דער וועלט
רבונו של עולם א דאנק
א דאנק באשעפער א דאנק
אויף די פילע צענדליגער טויזנטער מאָל וואָס דו האָסט מיר געהאלפן מיר אונטערגעשטיצט מיר געראטעוועט מיר דערפרייט מיר אויסגעהיילט מיר אָפּגעהיטן מיר געמוטיגט
א דאנק אז דו ביזט שטענדיג מיט מיר
א דאנק אז דו שענקסט מיר כח צו טוהן מצוות
כח צו טוהן מעשים טובים
כח כח צו דאווענען פאר דיר
א דאנק פאר יעדער מאָל וואָס דו האסט מיר געהאלפן און איך האָב נישט געוואוסט צו זאגן א דאנק
א דאנק באשעפער א דאנק
אויף די אלע חסדים
וואָס דו טוהסט מיט מיר יעדער מינוט
א דאנק פאר יעדן אטעם װאָס איך אטעם
און איך דאנק דיר מלך מלכי המלכים אויך אויף דאָס וואָס איך האב נישט א דאנק צו דיר וואָס אמאָל איז מיר אויך שווער
א דאנק אז עס איז מיר אמאל אויך אביסל טרויעריג ווייל אלעס איז דאך פאר מיין טובה כאטש נישט שטענדיג קען איך זען אז דאָס איז פאר מיין גוט'ס
ווייל טיף אין הארצן ווייס איך
אז אלץ וואָס קומט פון דיר אין דאָס בעסטע פאר מיר און עס איז באשעפן געוואָרן בלויז פאר מיר מיט א פונקטליכע און פולשטענדיגע השגחה פרטית וואָס נאָר דער מלך מלכי המלכים קען טוהן
א דאנק אז אמאל איז מיר שווער ווייל נאר אזוי קען איך אפשעצן דאָס גוט'ס ווייל בלויז נאכדעם וואָס מען געפינט זיך אין פינסטערניש קען מען גוט אפשעצן דאָס ליכטיגקייט
א דאנק אויפן וואונדערבארן לעבן
וואָס דו האָסט מיר
געשענקט
א דאנק אויף יעדע קלייניקייט וואָס איך פארמאָג ווייל אלעס האָסט דו מיר געגעבן און נישט קיין אנדערער
א דאנק וואס דו הערסט זיך צו שטענדיג צו מיינע
תפילות
באשעפער איך בעט מחילה
פון טיפעניש פון מיין הארץ
אויב איך האָב נישט אלעמאָל געשעצט דאָס וואָס דו האָסט מיר געשענקט און אנשטאט צו דאנקען
דיר האָב איך זיך בלויז באקלאָגט
טאטע איך דאנק דיר פון טיפעניש פון מיין הארץ
איך בין עפר ואפר און דו ביזט די גאנצע וועלט איך בעט דיר דערווייטער זיך קיין מאל נישט פון מיר

Поcмотреть все песни артиста

Другие альбомы исполнителя

Похожие исполнители